About
איבער אונזערע קורסעס
איינע פון די לעצטיגע אינטערוויו’ס מיט ר’ אהרן גוטליעב
-
פ. ס’איז דאך פארהאן אזויפיל סארט ביזנעסער אויפ’ן מארקעט, פארוואס האט איר אויסגעקליבן פונקט “ריעל-עסטעיט”?
אוודאי איז פארהאן אסאך ביזנעסער און איידיעס, אבער פאר א היימישער אינגערמאן איז ריעל-עסטעיט א מורא’דיגע געלעגנהייט. “ריעל-עסטעיט” קען צושטעלן א גאר גרויסע ‘ריטוירן’ אין אינוועסטמענט און א העכערע אינקאם ווי רוב 9-5 דזשאבס.
עס זענען פארהאן אסאך אינדוסטריעס וואו מ’דארף געווענטליך האבן א קאלעדזש-דעגרי כדי צוצוקומען צו די ריכטיגע הצלחה, אבער ריעל-עסטעיט איז נישט אזוי. סיי ווער ‘ס’האט עס ארויס’ קען האבן א גרויס הצלחה דערין.
נישט אומזיסט הערט מען פון גאר גרויסע מוצלחים בליעה”ר ביים היימישן עולם, אינגעלייט, בעלי בתים, וועלכע האבן גאר שטארק מצליח געווען און געווען אויסטערליש סוקסעספול אין דעם ליין. אויסערדעם האט “ריעל-עסטעיט” נאך א מעלה: ס’איז א דזשאב וואס ערלויבט צו טון נאך עפעס אין די זייט. ד.ה. אמאל איז עס א בן תורה, וואס לערנט א טייל פונעם טאג, און די איבעריגע חלק פונעם טאג איז ער פארנומען מיט ריעל-עסטעיט. אדער עמיצער וואס האט א אנדערע פרנסה און אין די זייט וויל ער מאכן אפאר גוטע ‘דיעלס’.
עס זענען פארהאן ווייניג אינדוסטריעס וועלכע זענען אזוי ‘פלעקסיבל’ ווי ריעל-עסטעיט, אין דעם הינזיכט.
-
פ. פון וואו האט איר זיך איינגעהאנדלט אייער עקספיריענס אין דעם פעלד?
איך טו שוין פראפערטי-ליעסינג\מענעדזשינג און טייטל-אינשורענס פאר בערך 15 יאר ב”ה. אזוי אויך בין איך געווען שטארק אינוואלווד אין דא-דילידזשענס, ליעס-פארהאנדלונגען, עקוועזישיאנס, א.ד.ג. מיט אלע סארט טענענט’ס, אנגעהויבן פון באנק-אוו-אמעריקע ביז צו היימישע ריטעיל-געשעפטן.
-
פ. וואס האט אייך געמאכט אנצוהייבן געבן די ‘קורסעס’? און וואס האפט איר צו דערגרייכן?
זייער פשוט.
עס איז דא זייער אסאך אינטערעסאנטע עצות און טאקטיקן ווען מ’גייט צו צו ‘ריעל עסטעיט’, און עס איז ממש א שאד אז אזויפיל מענטשן – וועלכע וואלטן ווען געקענט האבן צוטריט צו אזויפיל וויכטיגע אינפארמאציע – זאלן זיך דארפן באגיין אן דעם, און פרובירן אליינס אויף די אייגענע הויט.
עס איז דא זייער אסאך אופנים וויאזוי צו נוצן דאס געלט פון איין אינוועסטמענט אויפ’ן צווייטן, און צוביסלעך – שטאט אבער פארזיכערט – מאכן דאס געלט וואקסן, מער און מער.
דער ‘קורס’ איז טאקע אויסגעשטעלט צו געבן א טיפע און ברייטע ידיעה איבער אלע סודות פון “ריעל עסטעיט”, וואס אן דעם וואלט עס געווען גאר א שטארקע ריזיקע אריינצוטרעטן אין דעם פעלד.
עטליכע מענטשן – וועלכע זענען געקומען צו די פריערדיגע קורסעס – האבן מיר דערציילט לעצטענס אז זיי האבן שוין געהאט פארלוירן צענדליגער טויזנטער דאללארן, און זיי זענען מורא’דיג דאנקבאר אז זיי האבן זיך באטייליגט אין די ‘קורסעס’ און זיך אויסגעלערנט יסודות’דיגע סודות ספעציעל פאר זיי, צו וויסן וויאזוי זיך אומצוגיין אין פארשידענע פעלער.
-
פ. אויב מיר מעגן פרעגן: די ‘קורסעס’ איז אייער פול-טיים דזשאב?
ווי געזאגט, מיין פול-טיים דזשאב איז צו פירן א פראפערטי ליעסינג\מענעדזשינג פירמע.
נאר אלס א ‘באנוס’ פאר מיינע עקזיסטירנדע קליענטן. ווייל אסאך פון אונזערע קליענטן אין מענעדזשינג-סערוויסעס האבן געקענט נוצן אסאך הילף און באגלייטונג, און מיר האבן געטראכט אז אויב מיר וועלן צושטעלן די ‘קורסעס’ וועלן זיי שטארק בענעפיטירן דערפון, און – פארשטייט זיך – צופרידענע קליענטן, ברענגען נאך צופרידענע קליענטן, אזוי איז דער טבע…
אבער במשך די צייט האב איך געזעהן אז עס איז דא א שטארקע פארלאנג פאר דעם ‘קורס’ אויך אין די ברייטע גאס, און ס’איז א מורא’דיגער גוטער געפיל צו זעהן אז מענטשן גייען אדורך די ‘קורסעס’, און זיי ‘האבן עס ארויס’ און זיי האבן פאקטיש הצלחה דורכדעם ב”ה.
די קורסעס זענען נאך אלץ א זייטיגע סערוויס וואס מיר שטעלן צו איינמאל א יאר, און ב”ה דורכ’ן יאר טוען אסאך פון די קורס-באטייליגטע – נאכ’ן אריינגיין אין ריעל-עסטעיט – צוריקקומען צו אונז פאר זייער פראפערטי-מענעדזשמענט און טייטל-אינשורענס, א.א.וו.
-
פ. מיט וואס ווילט איר אז די באטייליגטע זאלן ‘אהיימגיין’?
די באטייליגטע האבן זייער הנאה אז דער גאנצער ‘קורס’ איז זייער קלאר און אינפארמאטיוו. אסאך מאל גייט מען צו א לעקציע\קורס און מ’שפירט אז מ’האט באקומען “חומר למחשבה”, אבער וואס טו איך יעצט דערמיט? איז נישט אזוי קלאר.
ביי אונזער ‘קורס’ וועט איר אי”ה באקומען סיי די אינפארמאציע, און סיי די ‘טולס’ עס צו קענען אימפלעמענטירן תיכף ומיד בעז”ה.
טראכט אריין: אויב איר גייט אריין אין ריעל-עסטעיט און איר באגעגנט דעם ערשטן בראוקער, און ער זעהט אז איר קענט נישט די ריכטיגע טערמינען\אויסדרוקן, וועט בדרך הטבע געשעהן: 1) ער וועט זיך אפשאקלען פון אייך… 2) ער וועט אייך ארייננארן מיט א אומגעלונגענעם דיעל…
ס’איז א דבר פשוט: אויב מ’נעמט א ‘קורס’ אין א געוויסע נושא, איבערהויפט א ‘קורס’ וואס צעלייגט אלעס זייער קלאר און דעטאלירט, האט מען אסאך א גרעסערע שאנס מצליח צו זיין, ווי איידער צו ‘פרובירן’ אליינס.
דער ריעל-עסטעיט פעלד קען אויסזעהן קאמפליצירט, מענטשן ווערן אפגעשראקן פון פארשידענע נייע-טערמינען וואס איז אינוואלווד. און טאקע דאס טוט דער ‘קורס’ אויסקלארן. אויסער די לאגישע, פינאנציעלע, און לעגאלע אספעקטן, איז אויך דא א סטעפ-ביי-סטעפ-גייד וויאזוי אנצוהייבן און וויאזוי מצליח צו זיין.
פ. פארוואס זענען דא מענטשן וואס ‘פרובירן’ ריעל-עסטעיט, אבער זיי פאלן אדורך?
אמת, זייער אסאך מענטשן ‘הייבן אן’ צו טון אין ריעל-עסטעיט, און נאך א קורצע תקופה ציען זיי זיך ארויס דערפון? פארוואס? ווייל ריעל-עסטעיט טויג נישט? ניין! ווייל זיי קענען נישט די פשוט’ע כללים און אינפארמאציע.
אין ענגליש איז דא א אויסדרוק: people don’t plan to fail, they fail to plan…
און ס’איז באמת א שטארקע ווייטאג, ווייל דער פאקט איז: ‘ריעל עסטעיט’ איז אלעמאל געווען – און בדרך הטבע וועט עס אלעמאל בלייבן – א מוצלח’דיגע אינדוסטריע, מ’דארף נאר קענען די ריכטיגע כללים וויאזוי זיך אומצוגיין דערמיט.
בפרט אונזער היימישער עולם האבן א ספעציעלע געשמאק דערין, מיר האבן די נויטיגע כלים דערצו, מ’פארשטייט אן עסק, מ’פארשטייט די פינאנציעלע-חלקים, מ’דארף פשוט וויסן וואס-איז-וואס. איינמאל מ’הייבט אן פארשטיין די חילוקים צווישן איין דיעל און צווייטן, וויאזוי מ’באטראכט עס, וויאזוי מ’גייט צו דערצו, איז די איבעריגע שוין זייער גרינג.
פ. אקעי, וויאזוי ארבעט דער ‘קורס’ – טעכניש גערעדט?
איז אזוי.
דער קורס געדויערט 6 וואכן, 2 און א האלב שעה א וואך.
מען הייבט אן קודם מיט די בעיסיק-קאנצעפט’ס און טערמינען ארום ריעל-עסטעיט. דאן ווערן אויסגעשמועסט די פארשידענע סארט פראפערטי’ס וועלכע זענען פארהאן, און וויאזוי אויסצוקלויבן א געגנט וואס איר שפירט באקוועם צו אינוועסטירן דארט. דערנאך ווערן געלערנט: די קעפ-רעיט, פאטענציאלע ריטוירן, צו דיעלן מיט בראוקער’ס, מאכן אפפער’ס, צו פארהאנדלען, קלאוזינג, ביז צו מענעדזשמענט דיטעילס.
מיר שטעלן צו מאטריאל וואס ווערט פרעזענטירט בשעת מעשה – אויף אידיש און ענגליש, און אזוי אויך טוען מיר אימעילן יעדע וואך א רעקארדינג מ’זאל עס קענען איבערהערן איינמאל און נאכאמאל. אויסער אונזער האטליין וואו מ’קען אריינרופן פאר די וועלכע האבן נישט קיין צוטריט צום אימעיל.
פ. וואספארא סארט מענטשן קומען צו די קורסעס?
מיר האבן אסאך סארטן מענטשן וואס קומען. 1) אסאך עלטערן סיינען אויף זייערע קינדער צו די קורסעס, אז זיי זאלן האבן די נויטיגע ידיעות אריינצוגיין אין דעם פעלד. 2) אינגעלייט – וואס לערנען נאך א חלק טאג, אדער אפי’ מרביצי תורה – וואס ווילן האבן אן אינוועסטמענט דא און דארט. 3) און היבש אסאך פראפעסיאנאלע אינוועסטארס וואס זענען מצליח אין ריעל-עסטעיט מאכן דעם קלוגן באשלוס צו שטופן-פאראויס זייערע ידיעות און קענטעניסן, ווייל עס זענען פארהאן אסאך ‘טאקטיקן’ און מהלכים וואס קענען גאר אסאך צוניצקומען טאג טעגליך, און מאכן אן אינוועסטמענט אסאך מער ווערד.
אינטערעסאנט צו באמערקן: די שטערקסטע קאמפלימענטן האבן מיר באקומען פון מוצלח’דיגע ריעל-עסטעיט אינוועסטארס, וועלכע זענען ארויס פון די קורסעס ‘באוואפנט’ מיט באגאדזשן פון ווערדפולע אינפא.
פ. הלכה למעשה: ווען\וואו זענען די קומענדיגע קורסעס?
אונזער פלאן איז צוצושטעלן יעצט קורסעס – ממש אין די קומענדיגע טעג, יעצט נאך סוכות אי”ה – אין בארא פארק, וויליאמסבורג, און קרית יואל. די פונקטליכע אינפארמאציע וועט זיין עוועיליבל אויפ’ן וועבסייט www.nyrecourse.com. דארט קענט איר אויך זעהן קליפס פון די פריערדיגע קורסעס.
פאר מער אינפארמאציע איבער די קורסעס, רופט יעצט אונזער אינפא-ליין:. 718-298-2559 יעצט איז אייער געלעגנהייט! www.nyrecourse.com – לערנט אייך די כללים און דעטאלן פון “ריעל עסטעיט” אינוועסטירונגען, ווייל ריעל-עסטעיט איז א גאר גוטער אינוועסטמענט, פאר די וואס ווייסן וואס זיי טוען…
Question Or Comment?
Send us a message below, and we’ll get back to you as soon as possible.